צדקתך כהררי קל, משפטיך תהום רבה
די וואָך שבת בייַ מנחה, די צייַט וואָס צדיקים פּראַווען רעווא דרעווין און די טשולענט ווערט מגולגל אין רוחות ונשימות, בּין איך הקטן געוועהן פאַרנימען מיט א חשבון הנפש. וועט עץ מיינען אַז דאָס האָט זיך גענומען ווייַל עס איז די לעצטע וואָך פון שובבי"ם, ניין זאָג איך אייַך. אפשר האָט מייַן זון נישט געקענט די דאַלעת שומרים אָדער די איינצעלהייטן פון די אויער-געבאָרעכץ, נישט וועגן דעם. קען זייַן ווייַל אין טייל ערטער הייבט מען שוין אָהן זונגען שושנת-יעקב, און פּורים—איינער פון די זיבעציק גמר החותמס—איז שוין אחר כותלינו, אויך נישט דערפאַר. האָב איך אפשר דאַן געהערט די טעגליכע בת קול יוצאת מהר חורב? בּיי מיר הערט זיך עס שוין הייַנט אזוי ווי די בּרוך שם כבוד מלכותו פון מוצאי יום כיפּור. אלא מאי, עס האָט צו מיר פּאַסירט אַ זאַך וואָס רוב וואָלטן דערפון נישט געמאַכט קיין האָ-האַ; פאַר מיר האָט דאָס אָבער געהאַט אַ טיפער אייַנדרוק.
רייַבט אייַך נאָכנישט די הענט, פאַרגלאַנצט אייַך נאָכנישט די אויגן, און הייבט נאָכנישט אויף אייער שטימעס. לאָזט איבער אָט די זיגרייכישע אויסדרוקן פאַר ווען די אידן-פייַנט נעמען אייַן אַ מפּלה. די חכמים זאָגן אונז אַז אפילו די דינערן און די בליצען זענען באַשאַפען געוואָרן בּלויז פאַר איין ציל: אויסצוגראָדן די קרומקייטען פון אַ מענטשנ'ס האַרץ. אַ קרומע וועג גראָד צו מאַכען קרומקייטן, און קען זיין אַז טאַקע דערפאַר זענען אונזערע הערצער אזוי פאַרקנייטשט.
אָבער, מייַנע טייערע פרייַנט, ווי איר ווייסט איז דער פאַרגאַנגענעם שבת נאָכמיטאָג געוועהן קיין דינער און קיין בליץ. וואָס יאָ? אַ מכת אגרוף. אין די צייט וואָס די גאַנצע שוהל אַרום מיך איז געוועהן אייַנגעהילט אין א שטילשווייַגעניש—שטייענדיק אויף קרוז-קאַנטראָל בייַ ועל מנוחתם יקדישו את שמיך—האָב איך געפילט אַ שטאַרקע פויסט אויף מיין לינקע בריסט. פאַרציטערט ווי אַ מאַמע אויף דעם געבּורט'ס שטיין האָב איך מיך ערוועקט פון מייַן בהָקיצדיקען חלום ווען אויף מייַנע צוויי זייַטען שטייען מייַנע שכנים כאַפּענדיק וואָס דאָ איז פאָהרגעקומען. פאַרגולמטערהייט האָב איך זיך געקלאַפט סלח לנו אינמיטען פון שבּתדיקע מנחה. פאַר איך האָב נאָך געקענט אויפמאַכען מייַן פויסט, האָב איך זיך ווי אַ 'ני-דשזערק' ריאַקציע גענומען קראַצן אויף דעם געשלאָגענעם אָרט, און איך האָב זיך גענומען ווי אונטער די אייַנפלוס פון אַ 'ריפלעקס' זיך פלוקען פלעקן אויף מייַן געבלימטע בעקיטשע. איך האָב פּרובירט מערב צו זיין די שטן, און אויך מייַנע שכנים, אָבער אָהן ערפאָלג. אַפילו נישט טראַכטענדיק לאָזט זיך אַ איד'ס סלח לנו הערן, נאָך דערצו ווען עס איז ווי א בלינצע אינמיטען כּורעים פאַלן.
עס איז געוועהן מער קאַמיש ווי טראַגיש; א רייע דערצו איז געוועהן מייַן לינק-זייַטיקע שכן—א שוואַרץ גלעזערדיקען חאַניאָק—וואָס בשעת זיך בייגן די קניען צו מודים האָט ער געהאַט א גרויסן שמייכל אויסגעגאָסן אויפ'ן פּנים זייַנס. די דורכפאַל אַליין, וואָלט איך נאָך געקענט אַראָפּשלינגען. די בושה אויך. מיט די שולד געפילן וואָלט איך מיך אויך געקענט ספּראַווען; וויאַזוי דען לעב איך פון איין טאָג צו די נעקסטע. אָבער עפּעס א קליין קעלעכעל האָב איך געהערט פון די סעקונדע צווישען דעם כי חטאנו און דעם כי פשענו, וואָס איז אַלץ ווי אַ מינוט העכער געוואָרן.
דאָס איז געוועהן די ערשטע מאָל וואָס איך האָב קלאָר פאַרשטאַנען דעם כאילו טובל ושרץ בידו. ווי די הלכה ווייַזט אָהן האָב איך צוגעענדיקט די בּרכת סלח לנו און נאָר דערנאָך זיך געקערט צו אתה אחד. צו דאַווענען אתה חונן, השיבינו, און סלח לנו בּיז צום זעץ, איז נישט געוועהן קיין פּראָבלעם; איך האָב דאָך נישט אַפילו געוויסט אַז די וועטער טראַסקען זיך פון מייַן מויל. אָבּער פון מחל לנו מלכינו בּיז נאָך דעם בּרכה חנון המרבה לסלח איז געוועהן א גיהינום. דאָ בעט איך זיך מחל לנו מלכינו כי פשענו, און געוואַלד עס איז די הייליגסטע פון אַלע הייליגע שבת בּיי מנחה.
איך קען מיך פאָרשטעלן די פּנים פון פיהל ליינער, קרומענדיק מיט די נאָז און אָפּמאַכענדיק אַז איך בּין נישט ווערט די געשריבענעם וואָרט. מ'קען שוין מיינען, אַזאַ ערשיינונג האָט שוין מן הסתם יעדע בייגעוואוינט. און פאַר די וואָס נישט, איז עס זיי שוין זיכער אייַנגעפאַלן. חאָטש האָט יעדער איד שבת בייַ השם שפתי תפתח די שרעק פון געפּאַקט ווערן זיך קלאַפּענדיק סלח לנו. וואָס איז דען די געטימעל? די ענטפער אויף דעם איז אַז דאָס גופא טוט מיר פּייַניקען.
איך רעד מיך נישט אייַן אַז די אַלע וואָס מאַכען דורך די שבּתדיקע תפילות בשלום האָבן אינזינען וואָס זייערע ליפּען שעפשען. זענען דען די שבתדיקע עסנוואַרג מסוגל אויף מויל און האַרץ קאָאָרדינאַציע? ווען עס קומט צום דאַווענען גלייב איך אַז אַזוי ווי עס וואָכענט זיך אַזוי אויך שבּתט זיך. איין אינטערשיד איז יאָ דאָ, שבת זענען די שמונה עשרהדיקע טראַכטונגען ווייניקער בכמות אָבּער מער באיכות. דאָס הייסט, די תפילות זענען קערצער אָבער לויטער ווייַל דער מענטש איז נישט פאַרנומען—עס זענען נישט דאָ די פּאַלם-פילאָטס, די סעל-פאונס, און די בּלויע ציינער. שטעלט זיך די פראַגע וואָס האַלט דען צירוק דער מענטש וואָס איז פּראָגראַמירט אַז בערך אַ האַלבער מינוט נאָך דער ערשטען בּיק געט ער זיך אַ צווייטער בּיק און בּערך אַ דריי-פערטל מינוט דערויף צוויי רעכט-האַנטיקע פויסטליכע זעצעס אויף זייַן לינקע בּריסט, פון זיך פאַרמייַדען אויף שבּת פון אָט דער געווענדליכען שטייגער?
אין מייַן חשבּון הנפש, פראָבירענדיק צו דערגיין וואָס דער העכער ווערענדיקע אינערליכע שטימע איז, האָב איך פאַרשטאַנען וויאַזוי דאָס אַרבעט. אין די וואָכן איז די מענטש טאַקע פּראָגראַמירט אַזוי ווי אויבען דערמאַנט. אַפילו אָהנע באַוווּסזײַן (סאָבּקאַנטשעס) געשעהן די אַלע אַקציעס, אַזוי ווי אַ זייגער דרייט זיך. געט אייַך נאָר אַ קוק אַרום אין בית המדרש. פונעם רבי ביז די צדקה-פושקע גייער, אַלעס אויף די זעלבע סיסטעם. די מענטש'ס האַרד-דרייוו קען אָבער פאַרנעמען אַן ענדערונג צו דעם פראָגראַם, ושבת שמה. אין דעם סאָבּקאַנטשעס ווייסט דער מענטש אַז ווען זייַנע צוויי פיס ווערן ווי איינס אין ער שטייט אַרום גענומען מיט ווייַס פאַרטישטעכטע טישן וואָס אויף דעם ליגן אַלע ערליי בּלעטער, קינדער מיט צוקער-וואַסער געמאַכטע פּיאות טאַנצען אַרום, די זילבערנע עטרות בּליטשקען עם אין אויגען, אין דער טלית גליטשט זיך פין זייַנע פּלייצעס, דאַרף ער זיך אפשטעלן ווען ער האַלט ביי די ווערטער 'כי חטאנו' כדי נישט געשלאָגן צו ווערן. פאַרשטייט זיך אַז שטילער הייט פאַרענדיקט ער די ברכה אין פאָרט פון דאָרט אַרייַן צום עקזיט וואָס פירט עם אריין צירוק צום שבּתדיקע שמונה עשרה. דאָס אז ער קומט אָהן אַהין אינמטיטן שבת קודש איז צווישן עם אין זייַן קויפער, אויב איז ער נישט פאָרזיכטיג איז עס שוין א שאַלה פון פאַרנאַכלעסיקייט.
טאַקע דער פאַרנאַכלעסיקייט האָט מיך געגעסן דאָס געזונט. נישט ווייַל איך בין פּערפעקט נאָר איך האָב געפאָרכט אַז מייַן סאָבּקאַנטשעס פּונטעלע איד האָט זיך פאַרלאָשן. איך האָב געפילט ווי אַ טראָדשזען-האָרס ווירוס האָט זיך אַריינגעכאַפּט אין מיין סיסטעם. די שטן האָט אַרייַן געשמוגעלט ספּיי-ווער. אָבער נישט סתם פּחים קטנים, נאָר פון די סאָרט וואָס מאַכט אָהן אַן ערנסטע גליטש אין די סיסטעם. איך האָב מיך ניטאַמאָל געקענט בּאַרואיגן אַז הער אויס ס'איז דאָך חטא ושנה—ניין עס איז שוין א לאַנגע צייַט נישט געשעהן. אויף עבירות—זדונות און שגגות—וואָס איך טו, בין איך טאַקע פאַראַנטוואָרטליך. אָבּער אויף די מעכאַנישע רירונגען פון מייַן גוף בשעת שמונה עשרה איז דאָך די פּונטעלע איד אויפן וואַך.
פון די ווינקעל פון מייַן אויג זעה איך ווי די לאַנגע שורה מענטשן שטייען שוין מיט די בּילקעס אין די בּיזעם קעשענעס זיך גרייטענדיק צו נטילת ידים, און די שמש דערלאַנגט צום טיש געשניטענע געפילטע פיש צושטאָכן מיט טוט-פּיקס. אַ נקמה אין די צדיקים מגולגלים. איך ווינדער מיך אָבּער ווייַטער, האָב איך אפשר געגעסן עפּעס וואָס האָט פאַרקלעמט מיין האַרץ, געליינט עפּעס וואָס האָט פאַרשטאָפּט מיין קאָפּ, אָדער אפשר האָט מייַן נשמה גאָר באַקומען אַ קנייטש וואָס נאָר אַזאַ דערמאַנונג קען אויסגראָדען.
די בּעל תפלה שרייט אויס צדקתך און איך קלער צו מיך: צדקתך דייַן גענאַדעס זענען טאַקע אַזוי ווי בערג; משפטיך, אָבער דיינע געריכטן זענען אַזוי ווי די אָפּגרינדען. די צד השווה צווישען זיי איז אַז אדם ובהמה טוט די באַשעפער העלפן. למעשה האָב איך אַרייַנגעכאַפּט א סלח לנו, און טאָמער איז די ערשטע האַלב, אַרייַנגערעכנט די זעצעס, געוועהן שווער, איז די צווייטער העלפט צוענדיגענדיק די בּרכה געוועהן כזיווגו של אדם. נו איז דאָך לפום צערא אגרא. מיט דעם מחשבה האָב איך מיך געשטעלט פון אונטער די לעצטער אין די נטילת ידים רייע אָהנקומענדיק צו אַ קאַסטן לער פון בּילקעס.
